איבער אײער קינד'ס מעדיצינישע פֿאַרשלעפֿונג

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 4 מינוטן

די אינפֿאָרמאַציע ערקלערט װאָס עס װעט פּאַסירן װען אײער קינד װערט מעדיציניש פֿאַרשלעפֿט פֿאַר אַ סקען אָדער אַ פּראָצעדור . עס װעט אײך אױך העלפֿן זיך אָפּגעבן מיט’ן קינד נאָך די פֿאַרשלעפֿונג.

פֿאַרשלעפֿונג איז ווען אייער קינד באקומט מעדעצין אז זיי זאלן שלאפן דורכאויס א סקען אדער א פראצעדור. עס קען גענוצט ווערן ווען מען דארף נעמען בילדער סקענס וואו דאס קינד דארף ליגן אן זיך צו רירן דורכאויס די סקען. מען קען עס אױך נוצן פֿאַר פּראָצעדורן װאָס קענען אָנמאַכן סטרעס אָדער װײטאָג אױב דאָס קינד איז װאַך.

ביי MSK וועט א סערטיפייד רעגיסטרירטע איינשלעפונגס נורס (CRNA) אדער אנעסטיזיאלעדזשיסט געבן פאר אייער קינד דאס איינשלעפונגס מעדעצין. א סעדאטיוו איז א מעדעצין וואס ווערט גענוצט צו איינשלעפן.

סארטן פון סעדאטיוון

אײניגע סעדאַטיװס װערן אַרײנגעלײגט אינעם קינד’ס בלוטשטראָם. זײ הײסן אינטראַװינעס (IV) סעדאַטיװן (אינעװײניג אין די װענע). אַנדערע סעדאַטיװן װערן געגעבן אַלס אַ גאַז װאָס דאָס קינד אָטעמט אײן דורך אַ מאַסקע װעלכע מען לײגט אים/זי אױף די נאָז און מױל.

אײער קינד’ס העלטקעיר פּראָװײדער װעט מיט אײך רעדן איבער דעם סאָרט (די סאָרטן) סעדאַטיװ װאָס אײער קינד װעט קריגן. ביי MSK, נוצן מיר די סעדאטיוון פראפאפאל, סעוואפלורעין, און דעקסמעדעטאמידיין (Precedex®).

פּראָפּאָפֿאָל

פּראָפּאָפֿאָל איז אַ װײס־געפֿאַרבטער IV סעדאַטיװ. עס גייט אריין אין קראפט זייער שנעל, געווענליך אין אונטער א מינוט.

איינמאל אייער קינד’ס פראצעדור אדער סקען איז פאריבער, וועלן זיי זיך געווענליך אנהויבן אויפוועגן ביז 10 אדער 20 מינוט. יעדעס קינד װעקט זיך אױף אַנדערש. פּראָפּאָפֿאָל מעג נעמען לענגער זיך אױסצואװעפּן, באַזונדערס מיט לענגערע סקענס אָדער פּראָצעדורן.

סעװאָפֿלוראַן

סעװאָפֿלוראַן איז אַ סעדאַטיװער גאַז װאָס װירקט שנעל. מיר קענען דאס נוצן אויב אייער קינד’ס סקען אדער פראצעדור איז קורץ און זיי וועלן נישט דארפן אן IV ליניע. דאס וועט זיי האלטן איינגעשלעפט דורכאויס די סקען אדער פראצעדור.

אויב אייער קינד דארף אן IV ליניע אריינגעלייגט פאר זייער סקען אדער פראצעדור, קענען מיר זיי ערשט געבן סעוואפלורעין. דאָס װעט מאַכן אַרײנלײגן די IV ליניע גרינגער און באַקװעמער. מיר קענען נוצן די IV ליניע זיי צו געבן אנדערע סעדאטיוון, מעדיצין, אדער פליסיגקייטן דורכאויס אדער נאך זייער סקען אדער פראצעדור.

עס איז נאָרמאַל אױב דער סעװאָפֿלוראַן גאַז שמעקט שלעכט. עס קען זיין שרעקעדיג פאר קינדער איינצושלאפן אויף דעם וועג. מיר דארפן טיילמאל האבן אייער הילף צו בארואיגן און האלטן אייער קינד ווען זיי שלאפן איין.

דעקסמעדעטאָמידין (פּרעסעדעקס)

פּרעסעדעקס איז אַ דורכזיכטיגער IV סעדאַטיװ. עס ווערט טיילמאל גענוצט צוזאמען מיט פראפאפאל אדער סעוואפלורעין. דאס העלפט קינדער זיין ווייניגער טרויעריג אדער צומישט ווען זיי וועקן זיך אויף נאכ’ן זיין איינגעשלעפט. אױב איר מײנט אַז אײער קינד האָט זיך אַמאָל אױפֿגעװעקט װײנענדיג, צעמישט אָדער צערודערט נאָך די פֿאַרשלעפֿונג, לאָזט װיסן אײער אַנעסטעזיאָלאָג.

פּרעסעדעקס װעט װאַרשײנליך גורם זײן אַז אײער קינד װעט לענגער שלאָפֿן נאָך דעם סקען אָדער פּראָדעצור. עס קען אױך אַראָפּלאָזן דאָס קינד’ס האַרץ ראַטע. מיר װעלן נאָנט באַאָבאַכטן אײער קינד’ס האַרץ ראַטע כדי צו מאַכן זיכער אַז דאָס קינד איז נישט אין קײן געפֿאַר. דאָס קינד’ס האַרץ ראַטע װעט װערן װידער נאָרמאַל אײנמאָל דאָס קינד װעקט זיך אױף און דער פּרעסעדעקס װעפּט זיך אױס.

וואָס צו דערוואַרטן

עס קען זײן נוצליך צו רעדן מיט’ן קינד איבער דעם װאָס װעט פּאַסירן במשך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. צום ביישפיל, איר קענט זיי זאגן אז מיר וועלן זיי געבן מעדיצין זיי צו מאכן דרימלען. עס װעט אױך העלפֿן צו באַרואיגן דאָס קינד אַז איר װעט זײן מיט אים/זי בשעת דאָס קינד װערט אַנטשלאָפֿן און װען ער/זי װעקט זיך אױף.

אײדער אײער קינד װערט אַנטשלאָפֿן

איר װעט זיך טרעפֿן מיט דעם אַנעסטעזיאָלאָג פֿאַר אײער קינד’ס סקען אָדער פּראָצעדור. דער אַנעסטעזיאָלאָג װעט ענטפֿערן אױף אײערע פֿראַגעס און רעדן מיט אײך איבער דעם װאָס צו ערװאַרטן. דערנאָך װעט דער CRNA אָדער אַנעסטעזיאָלאָג געבן אײער קינד דעם סעדאַטיװ.

אײניגע קינדער האָבן אומװאָלונטערישע מוסקעל אָדער אױג באַװעגונגען בשעת זײ װערן אַנטשלאָפֿן פֿון דעם סעדאַטיװ. אומוואלונטעריש מיינט אז זיי האבן נישט קיין קאנטראל איבער דעם. דאָס איז נאָרמאַל. איר קענט העלפֿן באַרואיגן דאָס קינד דורך האַלטן אים/זי אָדער רעדן מיט’ן קינד . איינמאל זיי זענען איינגעשלעפט, וועט איר צוריקגיין צו די ווארטן צימער.

בשעת אײער קינד שלאָפֿט

דער CRNA אָדער אַנעסטעזיאָלאָג װעט בלײבן מיט אײער קינד במשך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. זיי וועלן האלטן א וואכזאמע אויג אויף אייער קינד און באהאנדלען סיי וועלכע זייטיגע אפעקטן, אזויווי שטייטערע, ווייניגער טיפע אטעמען און נידריגע בלוט דרוק.

שטייטערע, ווייניגער טיפע אטעמען איז די מערסטע באקאנטע זייטיגע אפעקט פון איינשלעפונג. דער CRNA אָדער אַנעסטעזיאָלאָג קען געבן אײער קינד מער אָקסידזשען דאָס צו פֿאַרבעסערן. אױב נױטיג, װעלן זײ אױך געבן אַן אָקסידזשען זאַק און מאַסקע צו העלפֿן דאָס קינד אָטעמען. אײניגע קינדער קענען דאַרפֿן אַן אָטעם רער, אָבער דאָס איז זעלטן.

אײניגע קינדער קריגן IV פֿליסיגקײטן פֿאַר אָדער במשך דעם סקען אָדער פּראָצעדור. דאס העלפט צו פארמיידן זייער בלוט דרוק פון ווערן צו נידריג.

בשעת אײער קינד װעקט זיך אױף

איינמאל אייער קינד וועקט זיך אויף, וועט א שטאב מיטגליד ברענגען אייער קינד צו אן ערהוילונגס צימער. אַ נױרס אין דעם ערהױלונג צימער װעט באַאָבאַכטן אײער קינד ביז דער סעדאַטיװ װעפּט זיך אױס. דאס דארף נעמען ארום 10 ביז 20 מינוט, אבער עס זענען דא קינדער וועלכע שלאפן אביסל לענגער. דאָס איז אַ נאָרמאַלע שלאָף. עס איז נאָרמאַל אױב קינדער װעקן זיך אױף און דערנאָך שלאָפֿן װידער אײן אײנמאָל זײ געפֿינען זיך בײ אײך אין די אָרעמס.

קינדער װעקן זיך געװענליך אױף בשלום. אײניגע קינדער כאַפּן זיך אױף בײז, װײנענדיג, צעמישט און אױס מענטשן. געװענליך װערט דאָס שױן בעסער אַ ביסל שפּעטער. זייער זעלטן דארפן מיר געבן פאר אייער קינד מעדיצין דאס צו באהאנדלען. צומאל, קענען מיר זיי געבן Precedex דאס צו אפהאלטן פון פאסירן.

אויב אייער קינד שפירט געפילן פון פאראיבל (אזויווי זיי דארפן ברעכן), וועלן מיר זיי געבן מעדיצין זיי צו העלפן שפירן בעסער. דאָס איז זעלטן פֿאַר רוב סעדאַטיװן.

וויאזוי צו קעיר נעמען פון אייער קינד נאך איינשלעפונג

  • רעדט צו אייער קינד אין א רואיגע שטימע אדער האלט זייער האנט אין די צייט וועט די איינשלעפונג וועפט אויס.
  • אייער קינד קען גלייך עסן אדער טרינקען, אויסער אויב זיי האבן נאך א טעסט באשטימט. הײבט אָן מיט אומבאַ’טעמ’טע עסן אַזױװי קרעקערס, טאָוסט, רײז אָדער עפּלסױס. אויב אומבא’טעמ’טע עסן שטערט נישט זייער מאגן, קענען זיי האבן זייער געווענליכע עסן און טרינקען.
  • אויב אייער קינד נעמט מעדיצין פאר ווייטאג מיט אן אפיאוד (אזויווי Oxycodone®), קענען זיי זיין מער שלאפעדיג ווי געווענליך נאכ’ן זיין איינגעשלעפט.
  • נאָכדעם װאָס אײער קינד װעקט זיך אױף, קען ער/זי זיך שפּירן מיד, טרײסלען זיך, אָדער די בײדע. מיר קענען אײך געבן אַ װילטשעיר צו פֿירן דאָס קינד צו אײער קאַר אָדער אַן אַנדערע רײזע אַהײם.
  • אײנמאָל איר און אײער קינד זענען אינדערהײם, זאָל דאָס קינד זיך אָפּרוען אָדער טאָן אַ שטילע, גרינגע אַקטיװיטעט, אַזױװי קוקן טעלעװיזיע. זיי קענען שפירן שווינדלען און אומזיכערקייט. האלט א נאנטע אויג אויף זיי צו פארזיכערן אז זיי טוען זיך נישט וויי. לאזט זיי נישט טון קיין אקטיוויטעטן וועלכע פאדערן באלאנס אדער פעסטקייט ביז זיי קומען צוריק צו זייער געהעריגע אויפפירונג. דאס נעמט אריין פארן אויף א בייק אדער נוצן די טרעפן.

ווען צו רופן אייער קינד’ס העלטקעיר פראוויידער

רופֿט אײער קינד’ס העלטקעיר פּראָװײדער אױב׃

  • דאָס קינד פֿאַנגט אָן צו ברעכן.
  • אייער קינד ווערט זייער אנגעצויגן אדער קען נישט אויפהערן וויינען.
  • איר קענט דאָס קינד קױם אױפֿװעקן.
  • דאָס קינד האָט אַ פֿיבער העכער פֿון 100.4 גראַד פֿערענהײט (38 גראַד צעלסיוס) אָדער טשילס.
  • דאָס קינד האָט אַן אױסשלאָג אָדער הײװס.
  • דאָס קינד כאָרכלט.

אױב דאָס קינד האָט שװעריגקײטן מיט’ן אָטעמען, רופֿט 911 זאָפֿאָרט.

אױב איר האָט סײ װעלכע פֿראַגעס, פֿאַרבינדט זיך דירעקט מיט אַ מיטגליד פֿון אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט. אויב איר זענט א פאציענט ביי MSK און איר דארפט רעדן מיט א פראוויידער נאך 5:00 נאכמיטאג, ענדע וואך, אדער אויף א האלידעי, רופט 212-639-2000 און בעט פאר די פידיאטריק פעלאו אן קאל.

לעצט אַפּדעיטעד

דאָנערשטאָג, יולי 11, 2024