ווי אזוי צו נוצן אייער CADD®-Solis VIP פאמפ

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 6 מינוטן

די אינפארמאציע ערקלערט וואס אייער CADD®-Solis VIP פאמפ איז, ווי אזוי עס צו נוצן, און ווי אזוי עס אראפצונעמען פון אייער CVC.

וועגן אייער CADD-Solis VIP פאמפ

אייער CADD-Solis VIP פאמפ איז א קליינע, באטעריע-געטריבענע פאמפ. עס ווערט גענוצט צו שיקן פליסיגקייטן, מעדיצינען, און כעמאטעראפיע דורך אייער אדערן (זעט בילד 1).

בילד 1. CADD-Solis VIP פּאַמפּ

בילד 1. CADD-Solis VIP פּאַמפּ

אייער CADD-Solis VIP איז פארבינדן מיט אייער צענטראלע ווינעס קאטעטער (CVC). עס זענען פארהאן 3 הויפט סארטן CVC’ס:

  • טונעלד טשעסט קאטעטערס.
  • פעריפערעלי אריינגעלייגטע צענטראלע קאטעטערס (PICC’ס).
  • איינגעפלאנצטע פארטס (אזוי ווי Medi-Ports®).

אויב איר זענט נישט זיכער וועלכע סארט CVC איר האט, פרעגט אייער העלטקעיר פראוויידער.

װעגן אײער אינפֿוזיע

אייער CADD Solis פאמפ שיקט מעדיצינען דורך אן אינפוזיע. אַן אינפֿוזיע איז װען מעדיצין װערט אײַך אַרײנגעפֿירט אין די בלוט שטראָם דורך אַן אָדער במשך אַ געװיסע צײט.

במשך די אינפֿוזיע, שטעלט די פּאָמפּ בײ אָדער העכער פֿון אײער האַרץ שטאַפּל. לייגט די פאמפ נעבן אייך אויף אייער בעט ווען איר שלאפט. לייגט נישט די פאמפ אויפן ערד. די פאמפ ארבעט די בעסטע ווען עס איז ביי אדער העכער פון אייער הארץ שטאפל.

אלארעמס אויף אייער CADD-Solis VIP פאמפ

אײער פּאַמפּ האָט פֿאַרשידענע אַלאַרעמס װאָס װעלן אײך אַלאַרמירן איבער סײ װעלכע פּראָבלעמען. דער אַלאַרעם װעט אױפֿהערן קלינגען אײנמאָל די פּראָבלעם איז געלעזט געװאָרן. ליינט CADD®-Solis VIP Alarm Help Guide צו לערנען מער איבער די פארשידענע אלארעמס און וואס צו טון ווען זיי פאנגן אן צו פייפן. אויסצוגעפונען מער, רופט אייער העלטקעיר פראוויידער.

וואס צו טון ווען אייער אינפוזיע איז געענדיגט

װען אײער אינפֿוזיע ענדיגט זיך, װעט איר דאַרפֿן אַראָפּנעמען די CADD-Solis VIP פּאַמפּ פֿון די CVC ליניע.

איר וועט וויסן ווען אייער אינפוזיע איז געענדיגט ווען אייער CADD-Solis VIP פאמפ פייפט. דער דיספלעי סקרין וועט ווייזן “reservoir volume 0.” אייער פאמפ וועט ווייזן “infusion complete.” אייער באהאנדלונג וועט זיין געענדיגט אפילו עס איז נאך דא פליסיגקייט אינעם זעקל.

פאלגט אויס אייער העלטקעיר פראוויידער’ס אנווייזונגען איבער וואס צו טון ווען אייער אינפוזיע איז געענדיגט. אויב אייער העלטקעיר פראוויידער זאגט אייך ארויסצונעמען און אראפפלאשן אייער CADD-Solis VIP פאמפ נאך אייער אינפוזיע, דאן פאלגט אויס די שריט אין דעם אנווייזונג. מיר וועלן ערקלערן וויאזוי אראפצונעמען אייער פאמפ נאך נאן-כעמאטעראפיע אינפוזיעס און נאך כעמאטעראפיע אינפוזיעס.

וויאזוי ארויסצונעמען אייער CADD-Solis VIP פאמפ נאך אייער נאן-כעמאטעראפיע אינפוזיע

פאלגט אויס די שריט ארויסצונעמען אייער CADD-Solis VIP פאמפ.

מאכט אייך גרייט

  1. רייניגט א פלאץ אויפצושטעלן אייער סופלייס, אזוי ווי אייער קאך טיש. נעמט נישט ארויס אייער CADD-Solis VIP פאמפ אינעם באָד־צימער.
  2. זאַמלט צונױף די סופּלײס. די סופּלײס װעט אײער העלטקעיר פּראָװײדער אײך געבן אָדער באַשטעלן. איר װעט דאַרפֿן׃
    • א הארטע פלעסטיק האלטער מיט אן ענג-צוגעפאסטע דעקל, אזוי ווי א פלעסטיק קאווע האלטער. שרייבט “כעמאטעראפיע” אדער “שארפס” אויפן האלטער.
      • מאכט זיכער אז די האלטער איז גענוג הארט אז נאדלעך זאלן זיך נישט ארויסשטעקן פון די זייטן.
      • נוצט נישט פלעסטיק אדער פאפירענע זעקלעך אדער א מילך האלטער.
    • 1 (10 mL) סירינדזש אנגעפילט פון פארדעם מיט נארמאלע סעילין.
    • איין פאר מעדיצינישע הענטשיך.
    • 1 דיסינפעקציע דעקל (אזוי ווי א CurosCap®).
    • 2 אלקאהאל פעדס.
    • 1 גאוז פעד.
  3. דרוקט די “stop/start” קנעפל אויפן פאמפ און דאן דריקט “Yes.” נעמט ארויס די 4 באטעריעס פונעם פאמפ דורך דרייען דעם שלאס אויפן באטעריע טיר. די באטעריע טיר געפונט זיך אויבן פונעם פאמפ.

נעמט אראפ די טובינג.

  1. דאן, נעמט אראפ די פאמפ טובינג פון אייער CVC. די טובינג איז באהאפטן צו א נאדל-לאזע באהעפטער (וואס ווערט טייל מאל אנגערופן א קלעיװ). דאס איז די טייל פונעם IV טובינג וואס איז באהאפטן צו אייער CVC.
  2. רייניגט גוט אייער הענט מיט זייף און וואסער אדער אן אלקאהאל-באזירטע האנט סאניטייזער.
    • אױב איר װאַשט זיך די הענט מיט זײף און װאַסער, מאַכט די הענט נאַס און זײפֿט זײ אָן. רײבט גוט די הענט במשך כאָטש 20 סעקונדעס און שװענקט אױס. טריקנט אפ אייער הענט מיט א פאפירענע האנטוך. נוצט דעם זעלבן פאפירענע האנטוך צו פארמאכן דעם קראן.
    • אויב איר נוצט אלקאהאל באזירטע האנט סאניטייזער, מאכט זיכער צוצודעקן אייער הענט דערמיט. רייבט זיי צוזאמען ביז זיי זענען טריקן.
  3. טוט אָן די הענטשיך.
  4. מאכט אייער סעילין סירינדזש גרייט. כדי דאָס צו טאָן׃
    • הייבט אויף דעם סעילין סירינדזש. האַלט עס מיט’ן שפּיץ אָנגעשטעלט אױף אַרױף.
    • מאכט לויז דעם דעקל, אבער נעמט עס נישט אראפ.
    • דריקט אױף דעם שטופּער אײדלערהײט כדי אַרױסצושטופּן לופֿט פֿון דעם שפּריצער.
    • מאַכט דעם דעקל פֿעסט צו.
    • לייגט דעם סירינדזש אראפ אויף א ריינעם ארט.
  5. פאלגט די קלארע CADD-Solis VIP פאמפ טובינג ביז װאו עס באהעפט זיך צו דעם נאדל-לאזע באהעפטער אױף אײער CVC. קלעמפט גוט די פאמפ טובינג.
  6. מאכט אויף די גאוז פעד. נוצט עס צו דרייען דעם CADD-Solis VIP פאמפ טובינג קאונטער-קלאקווייז (צו די לינקס) עס צו אראפנעמען פונעם נאדל-לאזע באהעפטער.
  7. לייגט דעם פאמפ און טובינג צוריק אינעם טאשקע וואס אייער פאמפ איז געקומען אין. זיפט עס צו.
  8. רײניגט דעם נאדל-לאזע באהעפטער מיט אן אלקאהאל פעד במשך 15 סעקונדעס. לאָזט עס אױסטרוקענען במשך 15 סעקונדעס.
  9. נעמט אראפ דעם דעקל פונעם סעילין סירינדזש דורך עס דרייען קאונטער-קלאקווייז.
  10. שטופט דעם שפריצער ארײן אין דעם נאדל-לאזע באהעפטער און דרײט עס ווי די זייגער (צו רעכטס).

פלאשט דעם קאטעטער

  1. פלאשט דעם קאטעטער מיט 10 mL פון סעילין. דרוקט 1 mL אריין אויף א מאל און נעמט א קורצע פויזע צווישן אריינדרוקן יעדע mL.
בילד 2.  פֿאַרמאַכטער קלעמפּ

בילד 2. פֿאַרמאַכטער קלעמפּ

  1. קלעמט אײן אײער CVC (זעט בילד 2).
  2. דרײט דעם לײדיגן שפריצער צו לינקס כדי עס ארױסצונעמען פונעם נאדל-לאזע באהעפטער.

רײניגט

  1. מאַכט אױף דעם דיסינפֿעקציע דעקל. לייגט עס אויפן נאדל-לאזע באהעפטער דורכן עס שטארק אריינדרוקן און עס דרייען רעכטס.
  2. לייגט אלע גענוצטע סופלייס אין א פלעסטיק האלטער און לייגט ארויף דעם דעקל. אויב איר נעמט אויך אראפ אייער איינגעפלאנצטע פארט יעצט, ליינט How to Take the Needle Out of Your Implanted Port. איר קענט בלייבן מיט די זעלבע הענטשיך צו פלאשן.

געדענקט מיטצוברענגען אלע אייער סופלייס צו אייער קומענדיגן באזוך. דאס רעכנט אריין אייער טאשקע, CADD-Solis VIP פאמפ, און טובינג.

אראפנעמען אייער CADD-Solis VIP פאמפ נאך אייער כעמאטעראפיע אינפוזיע

פאלגט אויס די שריט אראפצונעמען אייער CADD-Solis VIP פאמפ אינפויזינג כעמאטעראפיע.

מאכט אייך גרייט

  1. רייניגט א פלאץ אויפצושטעלן אייער סופלייס, אזוי ווי אייער קאך טיש. נעמט נישט ארויס אייער CADD-Solis VIP פאמפ אינעם באָד־צימער.
  2. זאַמלט צונױף די סופּלײס. די סופּלײס װעט אײער העלטקעיר פּראָװײדער אײך געבן אָדער באַשטעלן. איר װעט דאַרפֿן׃
    • א הארטע פלעסטיק האלטער מיט אן ענג-צוגעפאסטע דעקל, אזוי ווי א פלעסטיק קאווע האלטער. שרייבט “כעמאטעראפיע” אויפן האלטער.
      • מאכט זיכער אז די האלטער איז גענוג הארט אז נאדלעך זאלן זיך נישט ארויסשטעקן פון די זייטן.
      • נוצט נישט פלעסטיק אדער פאפירענע זעקלעך אדער א מילך האלטער.
    • 1 (10 mL) סירינדזש אנגעפילט פון פארדעם מיט נארמאלע סעילין.
    • 1 נקיבה באהעפטער Equashield פארמאכטע-סיסטעם דיווייס (אויב איר זענט א קינדער פאציענט).
    • איין פאר מעדיצינישע הענטשיך.
    • 2 אלקאהאל פעדס.
    • 1 גאוז פעד.
  3. רייניגט גוט אייער הענט מיט זייף און וואסער אדער אן אלקאהאל-באזירטע האנט סאניטייזער.
    • אױב איר װאַשט זיך די הענט מיט זײף און װאַסער, מאַכט די הענט נאַס און זײפֿט זײ אָן. רײבט גוט די הענט במשך כאָטש 20 סעקונדעס און שװענקט אױס. טריקנט אפ אייער הענט מיט א פאפירענע האנטוך. נוצט דעם זעלבן פאפירענע האנטוך צו פארמאכן דעם קראן.
    • אויב איר נוצט אלקאהאל באזירטע האנט סאניטייזער, מאכט זיכער צוצודעקן אייער הענט דערמיט. רייבט זיי צוזאמען ביז זיי זענען טריקן.
  4. טוט אָן די הענטשיך.
  5. מאכט אייער סעילין סירינדזש גרייט. כדי דאָס צו טאָן׃
    • הייבט אויף דעם סעילין סירינדזש. האַלט עס מיט’ן שפּיץ אָנגעשטעלט אױף אַרױף.
    • מאכט לויז דעם דעקל, אבער נעמט עס נישט אראפ.
    • דריקט אױף דעם שטופּער אײדלערהײט כדי אַרױסצושטופּן לופֿט פֿון דעם שפּריצער.
    • מאַכט דעם דעקל פֿעסט צו.
    • שטעלט דעם סירינדזש אראפ אויף א ריינעם ארט
  6. אויב איר זענט נישט א קינדער פאציענט, גייט ווייטער צו שריט 7.
    • אויב איר זענט א קינדער פאציענט, וועט איר האבן א פולע Equashield פארמאכטע-סיסטעם מיט זכר און נקיבה באהעפטערס. פאלגט אויס די אנווייזונגען דא צו באקומען מאכן אייער סעילין סירינדזש און Equashield באהעפטער גרייט. דאן גייט ווייטער צו שריט 7:
      • עפנט דעם Equashield נקיבה באהעפטער אבער לאזט עס אינעם פעקל.
      • הייבט אויף דעם סעילין סירינדזש. האַלט עס מיט’ן שפּיץ אָנגעשטעלט אױף אַרױף.
      • מאכט לויז דעם דעקל, אבער נעמט עס נישט אראפ.
      • דריקט אױף דעם שטופּער אײדלערהײט כדי אַרױסצושטופּן לופֿט פֿון דעם שפּריצער.
      • נעמט אראפ די דעקל.
      • באהעפט די סעילין סירינדזש צום Equashield באהעפטער. דאס צו טון, לייגט די שפיץ אריין אינעם ליור שלאס באהעפטונג און דרייט עס קלאקווייז (צו די רעכטס) ביז עס איז שטייף.
      • לייגט דעם סירינדזש אראפ אויף א ריינעם ארט.
  7. פאלגט די קלארע CADD-Solis VIP פאמפ טובינג ביז װאו עס באהעפט זיך צו דעם נאדל-לאזע באהעפטער אױף אײער CVC.
    • אויב איר זענט א קינדער פאציענט, פאלגט אויס די שריט דא און דאן גייט צו שריט 8:
      • נעמט אראפ די נקיבה באהעפטער פונעם זכר באהעפטער דורך אריינדריקן די רויטע און ווייסע טעב. שלעפט די 2 באהעפטער אוועק איינע פון די אנדערע.
      • באהעפט די סעילין סירינדזש (מיט די נקיבה באהעפטער באהאפטן) צו די CVC. דאס צו טון, פארט די רויטע שטרייפן אויף די נקיבה קאנעקטאר צו די רויטע שטרייפן אויף די זכר קאנעקטאר (רויטע און ווייסע טעב). דרוקט זיי צוזאמען ביז איר הערט א קליק און איר קענט זיי נישט צוטיילן אן אריינדריקן די טעב.

פלאשט דעם קאטעטער

  1. פלאשט דעם קאטעטער מיט 10 mL פון סעילין. דרוקט 1 mL אריין אויף א מאל און נעמט א שנעלע פויזע אינצווישן אריינדריקן יעדע mL.
  2. פֿאַרמאַכט דעם צװײטן קלעמפּ (דער װאָס איז דער נאָנסטער צו אײער קערפּער) אַזױ אַז עס זאָל דריקן אױף די קלאָרע טובינג.
  3. דרייט די ליידיגע סירינדזש קאונטער קלאקווייז (צו די לינקע זייט) עס ארויסצונעמען פון די נאדל-לאזע באהעפטער.
    • אויב איר זענט א קינדער פאציענט, דרייט די Equashield פארמאכטע סיסטעם דיווייסעס קאונטער קלאקווייז עס ארויסצונעמען פון די נאדל-לאזע באהעפטער.
      • אייער נאדל-לאזע באהעפטער וועט בלייבן באהאפטן צו אייער CVC. נעמט אראפ די זכר באהעפטער, נקיבה באהעפטער, און סירינדזש אלע צוזאמען. ווען איר האט געענדיגט, גייט ווייטער צו שריט 11.

רײניגט

  1. מאַכט אױף דעם דיסינפֿעקציע דעקל. לייגט עס אויפן נאדל-לאזע באהעפטער דורכן עס שטארק אריינדרוקן און עס דרייען רעכטס.
  2. לייגט אלע גענוצטע סופלייס אין א פלעסטיק האלטער און לייגט ארויף דעם דעקל. אויב איר נעמט אויך אראפ אייער איינגעפלאנצטע פארט יעצט, ליינט How to Take the Needle Out of Your Implanted Port. איר קענט בלייבן מיט די זעלבע הענטשיך צו פלאשן.

געדענקט מיטצוברענגען אלע אייער סופלייס צו אייער קומענדיגן באזוך. דאס רעכנט אריין אייער טאשקע, CADD-Solis VIP פאמפ, און טובינג.

קאנטאקט אינפארמאציע

קינדער סערוויס: אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס, פארבינדט זיך דירעקט מיט א מיטגליד פון אייער קעיר טיעם. איר קענט צוקומען צו א שטאב מיטגליד מאנטאג ביז פרייטאג פון 7 צופרי ביז 7 נאכמיטאג. נאך 7 נאכמיטאג, און דורכאויס דעם וויקענד, און ביי חגאות, רופט ‎212-639-2000. בעט פאר דער קינדער דאקטער וואס דעקט אייער דאקטאר. רופט InfuSystem אויף ‎800-315-3287 מיט פראגעס וועגן אייער פאמפ.

ערוואקסענע סערוויס: אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס, פארבינדט זיך דירעקט מיט א מיטגליד פון אייער קעיר טיעם. איר קענט צוקומען צו א שטאב מיטגליד מאנטאג ביז פרייטאג פון& 9 צופרי ביז 5 נאכמיטאג. נאך 5 נאכמיטאג, און דורכאויס דעם וויקענד, און ביי חגאות, רופט ‎212-639-2000. בעט פאר די דאקטאר וואס דעקט אייער דאקטאר. רופט InfuSystem אויף ‎800-315-3287 מיט פראגעס וועגן אייער פאמפ.

לעצט אַפּדעיטעד

פֿרײטאָג, יולי 21, 2023