די לאג וועט אייך העלפן האלטן חשבון איבער:
- וויפיל פליסיגקייט איר נעמט אריין (וויפיל איר טרינקט)
- אייער אסטאמי אוטפוט (וויפיל עס קומט ארויס פון אייער אסטאמי)
- אייער יורין קאליר
האלטן חשבון איבער וויפיל פליסיגקייט איר נעמט אריין און וויפיל איר געבט ארויס דורך אייער אסטאמי דורכאויס דעם טאג. שרייבט אראפ די נומערן אינעם לאג ביים סוף פון די ריסאורס.
- קוקט אויף די לעיבעל פון געטראנקען און פלעשער אדער קענס צו אויסגעפונען די צאל מיליליטערס (mL).
- נוצט די מעסטן קריגל אדער גלעזל וואס איר האט באקומען ווען איר האט פארלאזט די שפיטאל צו מעסטן וויפיל עס קומט ארויס פון אייער אסטאמי.
- נוצט מיליליטערס (mL) ביים אראפשרייבן וויפיל פליסיגקייט איר נעמט אריין און וויפיל איר געבט ארויס דורך אייער אסטאמי אינעם לאג. נוצט נישט קיין אונסעס (oz).
האלט אויך חשבון פון די קאליר פון אייער יורין. דאס וועט אונז העלפן וויסן אויב איר טרינקט גענוג. שרייבט אראפ אייער יורין קאליר (אזויווי “ליכטיג געל,” “קאליר פון שטרוי,” “טונקל” אדער “קאליר פון טיי”) אינעם לאג.
ביים סוף טאג, רעכנט צאם די סך הכל פון פליסיגקייט וואס איר האט איינגענומען און די סך הכל פון וויפיל עס איז ארויסגעקומען פון אייער אסטאמי. רופט אייער העלטקעיר פראוויידער אויב:
- אייער סך הכל פון וויפיל עס קומט ארויס פונעם אסטאמי איז מער ווי אייער סך הכל פון וויפיל פליסיגקייט איר נעמט איין פער טאג.
- אייער סך הכל פון וויפיל עס קומט ארויס דורכ’ן אסטאמי איז מער ווי 1000 mL.
- אייער יורין איז טונקל אדער האט א “קאליר פון טיי.”
רעקארד פון וויפיל פליסיגקייט איר נעמט איין און וויפיל עס קומט ארויס פון אייער אסטאמי
ברענגט די רעקארד צו אלע אייער אפוינטמענטס.
צו זען די רעקארד, קליקט די לינקס אונטער “View and Print as PDF.”