הילפבארע סערוויסעס פאר דרוק און אנגעצויגנקייט דורכאויס אייער פעדיעטריק סטעם צעל טראנספלאנט

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 1 minute

די אינפארמאציע ערקלערט די סערוויסעס אוועילעבל ביי Memorial Sloan Kettering (MSK) אייך צו העלפן קאנטראלירן דרוק און אנגעצויגנקייט דורכאויס אייער סטעם צעל טראנספלאנט. אין דעם וועגווייזער, גייט די ווארט “איר” ארויף אויף אייך אדער אייער קינד.

עס קען זיין זייער אנגעצויגן צו האבן נייע באהאנדלונגען און דארפן פארבלייבן אין אייער צימער פאר לאנגע צייט אפשניטן. מענטשן וועלכע גייען דורך א סטעם צעל טראנספלאנט האבן אונז געזאגט אז זיי שפירן זיך לאנגווייליג אין זייער צימער וויבאלד עס איז נישט דא וואס צו טון. אנדערע האבן געזאגט אז זיי זענען מיד פון שפירן קראנק, קענען נישט ווארטן אהיימצוגיין, אדער שפירן זיך אנגעצויגן אדער אנידערגעשלאגן. אלע די געפילן זענען נארמאל.

עס קען זיין הילפבאר צו רעדן מיט מיטגלידער פון אייער באהאנדלונג טיעם איבער וויאזוי איר שפירט זיך. איר קענט אייביג רעדן מיט אייער נורסעס און דאקטורים. עס איז אויך דא א טיעם פון ספעציעליזירטע דאקטורים אוועילעבל צו העלפן אייך און אייער פאמיליע דורכצומאכן די שווערע צייט. די דאקטורים ארבעטן נאנט מיט אייער סטעם צעל טראנספלאנט טיעם צו מאכן זיכער אז איר און אייער פאמיליע האבן אלע הילף וואס זיי דארפן.

פסיכאלאגיע סערוויסעס

די פסיכאלאגיע שטאב גרופע באשטייט פון פסיכיאטער און פסיכאלאגן. זיי זענען גרייט ארויסצוהעלפן אייך און אייער פאמיליע קאנטראלירן די דרוק און אנגעצויגנקייט פאראורזאכט דורך באהאנדלונג און די לאנגע צייט פון דארפן פארבלייבן אין שפיטאל. זיי קענען העלפן דורך זיך צוהערן צו אייך, אייך געבן געצייג צו קאנטראלירן דרוק און אנגעצויגנקייט, און פארשרייבן מעדיצין ווען נויטיג. מיר באטראכטן זיי אלס א וויכטיגע טייל פון די טראנספלאנט שטאב גרופע און בעטן זיי זיך צו טרעפן מיט אלע פאציענטן אין פאמיליעס דורכאויס זייער אינפאציענט צייט אין שפיטאל.

סאושעל ווארקערס

א סאושעל ווארקער ווערט צוגעטיילט צו יעדע פעדיעטריק טראנספלאנט פאציענט צו געבן קאונסעלינג, אינפארמאציע, און הילף דורכאויס באהאנדלונג. אייער סאושעל ווארקער קען אייך פירן צו הילפסמיטלען וועלכע קענען אייך העלפן סיי עמאציאנעל און פינאנציעל דורכאויס אייער טראנספלאנט.

טשיילד לייף סערוויסעס

טשיילד לייף ספעציאליסטן זענען עקספערטן וועלכע פארשטייען מענטשליכע וואוקס און אנטוויקלונג טרענירט צו מאכן אייער שפיטאל איבערגאנג ווי גרינג מעגליך. זיי שלאגן פאר אן אויסוואל פון אקטיוויטעטן ביים בעט וועלכע זענען צוגעפאסט צו די יארגאנג. טשיילד לייף ספעציעליסטן קענען אייך העלפן זיך אויסצולערנען זיך איינגעוואוינען און זיך ספראווען מיט די שווערע אריבערגאנג.

לערערינס

MSK שטעלט צו א לערנען פראגראם אנגעפירט דורך לערערינס וועלכע זענען באשטעטיגט דורך די ניו יארק סיטי באורד אוו עדיוקעישאן. די פראגראם שטעלט צו שולע ערפארונגען פאר עלעמענטרארי, מיטל שולע, און הויך שולע סטודענטן וועלכע זענען ביי MSK פאר לאנגע צייט אפשניטן. פאציאנטן קענען נעמען ניו יארק סטעיט סטענדערייזט טעסטס, אריינגערעכנט די NYS רידזשענטס טעסטס. זיי קענען אויך העלפן מיט קאלעדזש אפליקאציעס און גראדיואציע פארלאנגען.

גייסטיגע באהאנדלונג

212-639-5982 
MSK שלאגט פאר די סערוויסעס פון קאטוילישע, אידישע, פראטעסטענט, און מוסלמענע טשאפלעינס. מיר קענען אויך אראנדזשירן באזוכן פון קלערדזשי פון אנדערע רעליגיעס. די Mary French Rockefeller All Faith Chapel געפונט זיך אין Memorial Hospital אין צימער M106 (נעבן די הויפט לאבי). עס איז כסדר אפן פאר מעדיטאציע און דאווענען. רעליגיעזע סערוויסעס ווערן אפגעהאלטן יעדע וואך און אלע הייליגע טעג.

אינטערגרעיטיוו מעדיצין

646-449-1010 
MSK’s אינטעגרעיטיוו מעדיצין סערוויס שלאגט פאר פילע טעראפיעס צו גיין צוזאמען מיט טראדיציאנאלע מעדיקל קעיר. עטליכע סערוויסעס וועלכע מיר שטעלן צו רעכענען אריין מוזיק טעראפיע, מוח/גוף טעראפיעס, טאנצן און באוועגונג טעראפיע, יאוגע, און טאפן טעראפיע.

לעצט אַפּדעיטעד

מאָנטאָג, May 20, 2024