וועגן אייער טאראקאטאמי (Thoracotomy) פאר קינדער פאציענטן

טיילט מיט
צייט צו ליינען: וועגן 11 מינוטן

די אינפארמאציע וועט אייך העלפן זיך גרייטן פאר אייער טאראקאטאמי אפעראציע ביי MSK קידס. עס וועט אייך אויך העלפן פארשטיין וואס צו ערווארטן בשעת אייער ערהוילונג. אין דעם ריסארס, וועלן די ווערטער “איר” און “אייערע” זיך ווענדן צו אייך אדער אייער קינד.

ליינט אדורך דעם ריסאורס כאטש איין מאל איידער אייער אפעראציע און נוצט עס אלס א וועגווייזער אין די טעג וואס פירן צו אייער אפעראציע.

וועגן אייער אפעראציע

דאס ווארט “טאראקיק” גייט ארויף אויף אייער טאראקס, וואס דאס איז אייער ברוסט-קאסטן (זע בילד 1). אייער טאראקס האלט אייער הארץ און לונגען.

בילד 1. אייער טאראקס

בילד 1. אייער טאראקס

איר האט 2 לונגען, 1 אויף יעדע זייט פון אייער ברוסט-קאסטן. אייערע לונגען זענען געמאכט פון לאובס. אייער לינקע לונג האט 2 לאובס און אייער רעכטע לונג האט 3 לאובס. אייערע לונגען זענען ארומגענומען מיט 2 דינע שיכטן פון טישו גערופן דער פלאורא.

א טאראקאטאמי איז א סורדזשיקעל שניט אין אייער ברוסט-קאסטן. עס ווערט געטון ווען איר האט אן אפעראציע אויף אדער נעבן איינע פון אייערע לונגען.

דורכאויס אייער טאראקאטאמי, וועט אייער סורדזשען מאכן א שניט אויף איין זייט פון אייער רוקן אונטער אייער אקסל (זע בילד 2). דער זייט פון די שניט ווענדט זיך אויף וועלכע לונג וועט ווערן אפערירט.

בילד 2.  א טאראקאטאמי שניט

בילד 2. א טאראקאטאמי שניט

איידער אייער אפעראציע

אייער נורס וועט אייך געבן אנווייזונגען איבער וויאזוי זיך צו גרייטן פאר אייער אפעראציע. מאכט זיכער צו פאלגן אלע אנווייזונגען וואס אייער דאקטער אדער נורס געבט אייך. רופט אייער דאקטער’ס אפיס אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס.

איר וועט זיך טרעפן מיט אייער אנעסטיזשיאלאדזשיסט (מענטש וואס וועט אייך געבן די מעדיצין אייך צו מאכן שלאפן דורכאויס די אפעראציע) איידער אייער אפעראציע. זיי וועלן רעדן מיט אייך איבער מעדיצינען צו קאנטראלירן די ווייטאג און אייך האלטן באקוועם נאך אייער אפעראציע. עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי די מעדיצינען קענען ווערן געגעבן.

  • עפידורעל קאטעטער: אפאר מענטשן קענען באקומען ווייטאג מעדיצינען דורך אן עפידורעל קאטעטער (דינע, בייגזאמע טואב אין אייער רוקן-ביין). די מעדיצין וועט געגעבן ווערן אריין אין די פלאץ אינדרויסן פון אייער ספיינעל קארד.
  • פעריפערעל נערוו קאטעטער (נערוון בלאק): אפאר מענטשן קענען באקומען ווייטאג מעדיצינען דורך א פעריפערעל נערוו קאטעטער, אויך אנגערופן א נערוון בלאק. די מעדיצין ווערן געגעבן ווערן צו די נערוון וואס געבן געפילן פאר די ארט פון אייער אפעראציע.
  • אינטרעווינוס (IV) ווייטאג מעדיצין: אפאר מענטשן קענען באקומען ווייטאג מעדיצין אריין אין אן אדער דורך זייער IV ליניע.
  • מינדליכע ווייטאג מעדיצין: אפאר מענטשן קענען באקומען מינדליכע ווייטאג מעדיצין (מעדיצין וואס זיי שלינגען אראפ).

איר וועט האבן 1 אדער מער פון די זאכן נאך אייער אפעראציע.

בשעת אייער אפעראציע

איר וועט ליגן אויף אייער זייט אויף די אפערירונג טיש. איר וועט באקומען אנעסטיזיע (מעדיצין וואס וועט אייך מאכן שלאפן). איינמאל איר שלאפט, וועט אייער סורדזשען מאכן די פאלגנדע שניטן:

  • א שניט אין אייער רוקן אונטער איין זייט פון אייער אקסל. דאס וועט ערלויבן פאר אייער סורדזשען צו דערגרייכן אייער לונג.
  • איינס אדער 2 קליינע שניטן אויפ’ן פארנט פון אייער ברוסט-קאסטן, אויפ’ן זעלבע זייט פון אייער קערפער וואו די שניטן אין אייער רוקן. דאס איז וואו דער סורדזשען וועט לייגן א ברוסט-קאסטן טואב(ס) ארויסצונעמען סיי וועלכע בלוט, פליסיגקייט, און לופט וואס איז ארום אייער לונג נאך אייער אפעראציע.

צענטראלע ווענוס קאטעטער (CVC)

אפאר מענטשן וועלן אויך האבן א צייטווייליגע צענטראלע ווענוס קאטעטער (CVC) אריינגעלייגן דורכאויס די אפעראציע. א CVC איז א דינע, בייגזאמע טואב וואס ווערט פלאצירט אין א גרויסע אדער אונטער אייער קאלנער-ביין. האבן א CVC מאכט עס גרינגער פאר אייך צו באקומען זאכן אזויווי פליסיגקייטן און מעדיצינען און מיינט אז איר וועט נישט דארפן אזויפיל נאדל שטאכן.

איר קענט לערנען מער איבער CVC’ס דורך ליינען אונזער ריסאורס וועגן אייער צענטראלע ווענוס קאטעטער (Central Venous Catheter, CVC) פאר קינדער פאציענטן.

נאך אייער אפעראציע

ווען איר וועקט זיך אויף נאך אייער אפעראציע, וועט איר זיין אינעם נאך אנעסטישיע קעיר יוניט (PACU). וויבאלד איר זענט איינגעארדענט אינעם PACU, וועט א נורס אריינברענגען אייער פאמיליע מיטגליד(ער) צו זיין מיט אייך.

א נורס וועט האלטן אן אויג אויף אייער קערפער טעמפעראטור, פולס, בלוט דרוק, און אקסידזשען שטאפלען. איר וועט באקומען אקסידזשען דורך א דינע טואב וואס ליגט אונטער אייער נאז גערופן א נעיזעל קאנולע.

עס וועלן אויך זיין אנדערע טואבס און דעווייסעס באהאפטן צו אייער קערפער אייך צו העלפן אויסהיילן.

  • איר וועט האבן 1 אדער 2 ברוסט-קאסטן טואבס. די ברוסט-קאסטן טואבס וועלן גיין פון אייער סורדזשיקעל ארט צו אן ארויספיר דעווייס (זע בילד 3).
    בילד 3.  ברוסט-קאסטן טואב און ארויספיר דעווייס

    בילד 3. ברוסט-קאסטן טואב און ארויספיר דעווייס

  • איר וועט האבן א ווייטאג פאמפ אנגערופן א פאציענט-קאנטראלירטע אנאלדזשעזיע (PCA) דעווייס. דער PCA דעווייס לאזט אייך זיך געבן ווייטאג מעדיצין ווען איר דארפט עס. איר קענט באקומען די ווייטאג מעדיצין דורך אן עפידורעל קאטעטער אדער אייער IV ליניע.
  • איר וועט האבן דרוק שטיוול אויף אייער פיס צו העלפן די בלוט פליסן. זיי וועלן ווערן אראפגענומען איינמאל איר קענט וואקן.
  • איר וועט מעגליך האבן א יורינערי (Foley) קאטעטער אין אייער בלעדדער צו האלטן חשבון פון וויפיל יורין (פיע) איר מאכט.

איר וועט בלייבן אין די PACU ביז איר וועקט זיך אינגאנצן אויף און אייער ווייטאג איז קאנטראלירט. איינמאל איר זענט גרייט, וועט איר גענומען ווערן צו די פידיעטריק אינטענסיוו קעיר יוניט (PICU) אדער די אינ-פאציענט יוניט. דער יוניט וואס איר גייט צו ווענדט זיך אין ווי אלט איר זענט. דארט, וועט אייער נורס אייך זאגן וויאזוי זיך צו היילן פון אייער אפעראציע.

אונטן זענען ביישפלין פון וועגן וויאזוי איר קענט זיך העלפן היילן שנעלער.

  • עס איז וויכטיג ארומצושפאצירן נאכ’ן אפעראציע. דאס וועט העלפן פארמיידן בלוט קלאטס אין אייער פיס און נידערן אייער ריזיקע פון אנטוויקלען א לונגען אנטצינדונג. פרובירט ארומצוגיין יעדע 2 שטונדן, אויב איר קענט.
  • נוצט אייער אינסענטיוו ספיראמעטער. דאס וועט העלפן אייער לונגען זיך אויסברייטערן, וואס דאס פארמיידט לונגען אנטצינדונג. יונגערע קינדער קענען בלאזן באבלס אדער נוצן א פינוויל אנשטאט.
  • טוט טיפע אטעמען און היסן איבונגען יעדע 1 צו 2 שטונדן ווען איר זענט אויף.

אייער נורס וועט אייך געבן א ריסאורס אנגערופן טאראקאטאמי פעטוועי. דעם ריסאורס וועט אייך העלפן וויסן וואס צו טון און וואס צו ערווארטן יעדן טאג בשעת אייער ערהוילונג.

עס איז בייהילפיג צו נוצן אייער צילן צום באפרייאונג טשעק-ליסטע צו נאכגיין אייער ערהוילונג. מיר וועלן שיקן דעם טשעק-ליסטע צו אייער MyMSK אקאונט. פאר מער אינפארמאציע, ליינט דעם ריסאורס Frequently Asked Questions About the MyMSK Goals to Discharge Checklist.

פאר איר פארלאזט די שפיטאל, קוקט אויף אייער שניט מיט אייער נורס צו וויסן וויאזוי עס קוקט אויס. עס קען העלפן צו נוצן א שפיגל. דאס וועט אייך העלפן באמערקן סיי וועלכע ענדערונגען איינמאל איר זענט אינדערהיים.

אפט געפרעגטע פראגעס

בשעת איר זענט אין שפיטאל

וועל איך האבן ווייטאג נאך מיין אפעראציע?

איר וועט האבן אביסל ווייטאג נאך אייער אפעראציע. אייער דאקטער און נורס וועלן אייך אפטמאל פרעגן איבער אייער ווייטאג. איר וועט באקומען מעדיצין צו קאנטראלירן אייער ווייטאג ווי נויטיג. אויב אייער ווייטאג גייט נישט אוועק, ביטע זאגט פאר אייער דאקטער אדער נורס. עס איז וויכטיג צו קאנטראלירן אייער ווייטאג אז איר זאלט קענען היסן, אטעמען טיף, נוצן אייער אינסענטיוו ספיראמעטער, און ארויסגיין פון בעט און ארומגיין.

ווען וועט מיין ברוסט-קאסטן טואב ארויסגענומען ווערן?

איר וועט האבן ברוסט-קאסטן x-rays צו קוקן אויף אייער לונגען בשעת די ברוסט-קאסטן טואב איז אין פלאץ. איינמאל אייער לונג היילט זיך, וועט אייער ברוסט-קאסטן טואב ווערן ארויסגענומען. דער ארט וועט ווערן באדעקט מיט א באנדאדזש. האלט דעם באנדאדזש אויף דעם פאר כאטש 48 שטונדן (2 טעג) נאך אייער ברוסט-קאסטן טואב ווערט ארויסגענומען, אויסער אויב אייער נורס געבט אייך אנדערע אנווייזונגען.

וועל איך קענען עסן?

איר וועט קענען עסן נאך אייער אפעראציע. עסן א באלאנסירטע דייעט הויך אין פראטיען וועט אייך העלפן זיך היילן נאכ’ן אפעראציע. אייער דייעט זאל אריינרעכענען א געזונטע פראטיען קוואל ביי יעדע מאלצייט, ווי אויף פרוכט, גרינצייג, און פולע גרעינס.

פאר מער אינפארמאציע, ליינט אונזער ריסאורס Helping Your Child Eat During Treatment.

נאך איר פארלאזט דעם שפיטאל

וואס איז די רעקאווערי טרעקער?

מיר ווילן וויסן וויאזוי איר שפירט זיך נאך איר פארלאזט דעם שפיטאל. אונז צו העלפן קעירן פאר אייך, וועלן מיר אייך שיקן פראגעס צו אייער MyMSK אקאונט. מיר וועלן עס שיקן יעדן טאג פאר 10 טעג נאך וואס איר ווערט ארויסגעלאזט. די פראגעס ווערן אנגערופן אייער רעקאווערי טרעקער.

פילט אויס אייער רעקאווערי טרעקער יעדן טאג איידער האלבנאכט (12:00 am). עס נעמט בלויז 2 צו 3 מינוט צו אויספולן. אייערע ענטפערס צו די פראגעס וועלן אונז העלפן פארשטיין וויאזוי איר שפירט זיך און וואס איר ברויכט.

באזירט אויף אייערע ענטפערס, וועלן מיר זיך מעגליך פארבינדן מיט אייך פאר מער אינפארמאציע. פון מאל צו מאל, קענען מיר אייך בעטן צו רופן אייער דאקטער׳ס אפיס. איר קענט זיך אלעמאל פארבינדן מיט אייער סורדזשאן’ס אפיס אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס.

צו לערנען מער, ליינט Common Questions About MSK's Recovery Tracker.

וועל איך האבן ווייטאג ווען איך גיי אהיים?

ווי לאנג יעדע מענטש האט ווייטאג אדער אומבאקוועמליכקייט ווענדט זיך. טייל מענטשן האבן אומבאקוועמליכקייט, צאמגעצויגנקייט, אדער מוסקל ווייען ארום זייער שניט פאר ביז 6 מאנאטן אדער לענגער. דאס מיינט נישט אז עס איז דא א פראבלעם. פאלגט אויס די אנווייזונגען אונטן.

  • נעמט אייערע ווייטאג מעדיצינען ווי אנגעוויזן און ווי נויטיג.
  • רופט אייער דאקטער אויב די פארשריבענע מעדיצין מאכט נישט אייער ווייטאג בעסער.
  • ווי אייער שניט ערהוילט זיך, וועט איר האבן ווייניגער ווייטאג און דארפן ווייניגער ווייטאג מעדיצין. אן איבער-די-קאונטער ווייטאג מעדיצין אזויווי אסיטעמינאפען (Tylenol®) אדער איבופראפען (Advil® אדער Motrin®) וועט העלפן פארבעסערן ווייטאג און אומבאקוועמליכקייט. מאכט זיכער אויסצופאלגן אייער דאקטער’ס אנווייזונגען פאר וויפיל צו נעמען.
  • ווייטאג מעדיצין זאל אייך העלפן צוריקגיין צו אייער נארמאלע אקטיוויטעטן. נעמט גענוג מעדיצין צו קענען טון אייערע איבונגען באקוועמערהייט, אבער מאכט זיכער אויסצופאלגן אייער דאקטער’ס אנווייזונגען. מינדליכע ווייטאג מאדיצינען ארבעטן דאס בעסטע 30 ביז 45 מינוט נאכ’ן עס נעמען, דעריבער איז גוט צו פלאנען פאראויס.
  • האלט חשבון פון ווען איר נעמט ווייטאג מעדיצין. דאס בעסטע איז עס צו נעמען ווען איר הויבט אן האבן ווייטאג. עס וועט נישט ארבעטן אזוי גוט אויב איר וועט עס נעמען נאך אייער ווייטאג ווערט ערגער.

קען איך נעמען א שאווער?

איר קענט נעמען א שאווער 48 שטונדן (2 טעג) נאך אייער ברוסט-קאסטן טואב ווערט ארויסגענומען. נעמען א ווארעמע שאווער בארואיגט און קען העלפן פארמינערן מוסקל ווייען.

ווען איר נעמט א שאווער, נוצט זייף צו איידלערהייט וואשן אייער שניטן. ווישט אפ די ערטער מיט א ריינע האנטוך און לאזט אייער שניטן אויפגעדעקט (אויסער אויב עס איז דא פליסיגקייטן). רופט אייער דאקטער אויב איר זעט רויטקייט אדער פליסיגקייטן פון אייער שניט.

פאר די ערשטע 2 וואכן נאך אייער אפעראציע, זאלט איר נישט איינטינקען אייער שניטן אין וואסער (אזויווי אין א וואנע אדער שווים באסיין).

ווי אזוי זאל איך באהאנדלען מיינע שניטן?

איר וועט האבן 1 הויפט סורדזשיקעל שניט אויף אייער רוקן און 1 אדער 2 קלענערע ברוסט-קאסטן טואב שניטן אויף אייער ברוסט-קאסטן. איר קענט מעגליך זיין אביסט נאמב אונטער און אין פארנט פון אייער שניטן. דאס איז ווייל אייער ריבס זענען געווען ארויסגעשפרייט און עטליכע נערווען זענען אפעקטירט געווארן.

הויפט סורדזשיקעל שניט
  • ווען איר זענט גרייט צו פארלאזן די שפיטאל, וועט אייער סורדזשיקעל שניט שוין האבן אנגעהויבן זיך צו אויסהיילן.
  • אייער שניט וועט זיין באדעקט מיט קלעב (Dermabond®) אדער פאפיר טעיפ (Steri-Strips®) וואס וועט אראפפאלן אדער אראפקומען פון זיך אליינס.
  • אויב סיי וועלכע פליסיגקייטן קומען ארויס פון אייער סורדזשיקעל שניט, שרייבט אראפ דער צאל און קאליר און רופט אייער דאקטער.
קלענער ברוסט-קאסטן טואב שניט(ן)
  • איר וועט האבן א באנדאדזש איבער אייער ברוסט-קאסטן טואב שניט(ן).
  • האלט דעם באנדאדזש אויף אייער שניט(ן) פאר 48 שטונדן (2 טעג) נאך אייער ברוסט-קאסטן טואב ווערט ארויסגענומען, אויסער אויב עס ווערט נאס. אויב עס ווערט נאס, טוישט עס וויבאלד מעגליך.
  • איר וועט מעגליך האבן אביסל דינע, געלע אדער פינקע-קאלירטע פליסיגקייטן פון דעם ארט. דאָס איז נאָרמאַל. לייגט א באנדאדזש (אזויווי א Band-Aid®) אדער טריקענע שטיקל גאוז איבער דעם ארט. טוישט דער באנדאדזש ווי נויטיג.

וויאזוי קען איך פארמיידן קאנסטיפעישאן?

איר קענט מעגליך זיין קאנסטיפעיטעד (האבן ווייניגער באוועל באוועגונגען ווי נארמאל) נאך אייער אפעראציע. דאס איז א באקאנטע זייטיגע אפעקט פון ווייטאג מעדיצין. צו פארמיידן קאנסטיפעישאן:

  • נעמט אן איבער-די-קאונטער מעדיצין אוזיווי דאקוסעיט סאדיום (Colace®), וועלכע איז א סטאל ווייכער, און סענא (Senokot®), וועלכע איז א לעקסעיטיוו. נעמט עס ביז איר נעמט מער נישט פרעסקריפשען ווייטאג מעדיצין.
    • נעמט ______ קאפסולן פון דאקוסעיט סאדיום 3 מאל א טאג.
    • נעמט 2 טאבלעטן פון סענא איידער איר גייט שלאפן.
  • טרינקט אסאך פליסיגקייטן. פרובירט צו גרייכן 8 ביז 10 (8-אוינס) גלעזער (2 ליטער) יעדן טאג. וועלט אויס פליסיגקייטן אן קאפיען, אזויווי וואסער, זאפטן (דזשוס), זופ, און אייס קרים שעיקס.
  • אויב איר פילט אנגעבלאזן, פארמיידט עסן וואס קענען פאראורזאכן גאז. ביישפילן זענען באנדלעך, בראקאלי, צוויבל, קרויט, און קאליפלאווער.

וויאזוי קען איך העלפן מיינע לונגען זיך אויסהיילן?

  • זעצט פאר צו טון איבונגען אדער שפאצירן פאר כאטש 30 מינוט א טאג. דאס וועט אייך העלפן ווערן שטערקער, פילן בעסער, און היילן אייער לונגען. האלט אין איין נוצן אייער אינסענטיוו ספיראמעטער, שטרוי, אדער פינוויל, און טוט אייער היסן און טיפע אטעמען איבונגען אינדערהיים.
  • טרינקט פליסיגקייטן צו העלפן האלטן אייער מיוקוס דין און גרינג ארויסצוהיסן. פרענגט אייער דאקטער וויפיל איר זאלט טרינקען יעדן טאג. פאר מערסטנס מענטשן, וועט דאס זיין כאטש 8 (8-אוינס) גלעזער פון וואסער אדער אנדערע פליסיגקייטן יעדן טאג.
  • נוצט א יומידיפייער אין אייער שלאפצימער דורכאויס די ווינטער מאנאטן. פאלגט אויס די אנווייזונגען אויף צו רייניגן די מאשין. טוישט די וואסער אפט.
  • זייט פארזיכטיג נישט צו ווערן קראנק. פארמיידט נאנטע בארירונג‎ ‎מיט מענטשן וואס זענען פארקילט, האבן האלז וויי, אדער דער פלו. אויב איר ווערט קראנק, רופט אייער דאקטער אדער נורס.

איז עס נארמאל צו פילן מיד נאכ’ן אפעראציע?

עס איז באקאנט צו האבן ווייניגער ענערגיע ווי געווענליך נאך אייער אפעראציע. די צייט וואס עס נעמט צוריקצוקומען צו זיך איז אנדערש פאר יעדעם איינעם. פארמערט אייער אקטיוויטעטן יעדן טאג וויפיל איר קענט. באלאנסירט אלעמאל אקטיוויטעט צייטן מיט אפרו צייטן. זיך אפרוען איז א וויכטיג טייל פון אייער ערהוילונג.

קען איך צוריקגיין צו טון מיין געהעריגע אקטיוויטעטן?

עס איז וויכטיג פאר אייך צוריקצוגיין צו טון געהעריגע אקטיוויטעטן נאכ’ן אפעראציע. שפרייט זיי אויס איבער’ן טאג. שפאצירן און גיין טרעפ איז אויסגעצייכנטע פארעמס פון איבונגען. פארמערט צוביסלעך די לענג וואס איר שפאצירט. גייט טרעפ שטייטלעך, זיך אפשטעלנדיג אדער רוען ווען נויטיג.

אייער קערפער איז אן אויסגעצייכנטע וועגווייזער אייך צו זאגן ווען איר האט געטון צופיל. ווען איר פארמערט אייך אקטיוויטעט, לייגט צו קאפ צו וויאזוי איר פילט. איר קענט אויסגעפונען אז איר האט מער ענערגיע אינדערפרי אדער נאכמיטאג. פלאנט אייער אקטיוויטעטן פאר די צייטן פון טאג וואס איר האט מער ענערגיע.

קען איך רייזן אויף א פליגער?

פארט נישט אויף א פליגער ביז איר רעדט עס אדורך מיט אייער דאקטער ביי אייער ערשטע אפאונטמענט נאך אייער אפעראציע.

ווען‎ ‎קען איך אויפהויבן שווערע זאכן?

מערסטנס מענטשן זאלן נישט אויפהויבן גארנישט שווערער ווי 10 פונט (4.5 קילאגראמס) פאר כאטש 4 ביז 6 וואכן נאך זייער אפעראציע. אבער, דאס ווענדט זיך אין די סארט אפעראציע וואס איר האט געהאט. פרעגט אייער דאקטער ווי לאנג איר זאלט זיך אפהאלטן פון אויפהויבן שווערע זאכן.

ווען‎ ‎קען איך שפילן ספארטס?

שפילט נישט ספארטס ביז אייער דאקטער זאגט אייך אז איר קענט. ווען איר הויבט נאכאמאל אן, געדענקט אז עס וועט נעמען צייט פאר אייך צוריקצוגיין צו אייער פריערדיגע שטאפל פון אקטיוויטעט. הויבט אן שטייט און פארמערט אייער אקטיוויטעט וויבאלד איר פילט בעסער.

ווי אזוי קען איך זיך ספראווען מיט מיינע געפילן?

נאך אפעראציע פון אן ערנסטע קראנקהייט, וועט איר מעגליך האבן נייע און נישט געשמאקע געפילן. אסאך מענטשן זאגן אז זיי פילן ווי וויינען, טרויעריג, באזארגט, נערוועז, געשטערט, אדער אויפגערעגט געוויסע מאל. איר קענט מעגליך באמערקן אז איר קענט נישט קאנטראלירן עטליכע פון די געפילן. אויב דאס פאסירט, איז עס א גוטע געדאנק צו זוכן עמאציאנאלע שטיצע.

דער ערשטע שריט און זיך ספראווען דערמיט איז צו רעדן פון וויאזוי איר פילט. פאמיליע און פריינט קענען העלפן. אייער דאקטער, נורס, און סאושעל ווארקער קענען אייך בארואיגן, שטיצן, און פירן. עס איז אלעמאל א גוטע געדאנק צו לאזן וויסן פאר די פראפעסיאנאלן וויאזוי איר, אייער פאמיליע, און אייער פריינט פילן עמאציאנאל. פילע הילפסמיטלען זענען אוועילעבל פאר פאציענטן און זייער פאמיליעס. צו איר זענט אין שפיטאל אדער אינדערהיים, זענען די נורסעס, דאקטוירים, און סאושעל ווארקערס דא אייך צו העלפן און העלפן אייער פאמיליע און פרייענט זיך ספראווען מיט די עמאציאנאמע הינזיכטן פון אייער קראנקהייט.

ווען איז מיין ערשטע אפאונטמענט נאך מיין אפעראציע?

ווערן איר ווערט אהיימגעשיקט פון שפיטאל, וועט אייער דאקטער אדער נורס פראקטישאנער אייך זאגן אייער פאלאו-אפ אפאונטמענט דאטום. ביי דעם אפאונטמענט, וועט אייער דאקטער אדורכרעדן די איינצלהייטן פון די פאטאלאגיע רעזולטאטן מיט אייך און קוקן וואיזוי איר ערהוילט זיך.

ווען צו רופן אייער דאקטער אדער נורס

רופט אייער דאקטער אדער נורס אויב איר האט:

  • נייע אדער ערגערע קורצע אטעם
  • א היץ פון 38.4 C אָדער העכער
  • ווייטאג וואס ווערט נישט בעסער מיט אייער מעדיצינען
  • רויטקייט, געשוועלאכץ, אדער פליסיגקייטן וואס שמעקן נישט גוט אדער אזויווי אייטער ארום אייער שניטן
  • נישט קיין באוועל באוועגונג פאר 3 טעג אדער מער
  • סיי וועלכע נייע סימפטאם
  • סיי וועלכע פראגעס אדער זארגן

קאנטאקט אינפארמאציע

אױב איר האָט סײ װעלכע פֿראַגעס, פֿאַרבינדט זיך דירעקט מיט אַ מיטגליד פֿון אײער העלטקעיר מאַנשאַפֿט. איר קענט זיי רופן מאנטאג ביז פרייטאג פון 9:00 אינדערפרי ביז 5:00 נאכמיטאג.

אויב איר זענט א פאציענט ביי MSK און איר דארפט טרעפן א פראוויידער נאך 5:00 נאכמיטאג, ענדע וואך, אדער אויף א האלידעי, רופט 212-639-7900. בעט צו רעדן צום קינדער סורדזשען וואס איז דארט.

לעצט אַפּדעיטעד

מאָנטאָג, דעצעמבער 12, 2022