די אינפארמאציע רעכנט אויס מעדיצינען וועלכע ווערן אפט גענוצט איידער, דורכאויס, אדער נאך א פעדיעטריק סטעם צעל טראנספלאנט. אייער העלטקעיר פראוויידער וועט רעדן מיט אייך וועגן די מעדיצינען וועלכע איר נעמט, אריינגערעכנט זייערע נעמען און פארוואס איר דארפט עס נעמען. אין דעם וועגווייזער, גייט די ווארט “איר” ארויף אויף אייך אדער אייער קינד.
סופלעמענטס
- פאליק עסיד (Folic acid): א וויטאמין וועלכע אייער קערפער דארף צו מאכן נארמאלע בלוט צעלן.
- פאטאסיאם קלארייד (Potassium Chloride)/פאטאסיאם פאספוראס (Potassium Phosphorus): א פאטאסיאם סופלעמענט. אייער קערפער דארף פאטאסיאם פאר אייערע מוסקלען (אריינגערעכנט אייער הארץ) צו ארבעטן ריכטיג.
- מאגניזיאם אקסייד (Magnesium Oxide)/מאגניזיאם סוי (Magnesium Soy): מאגניזיאם סופלעמענטס. אייער הארץ דארף מאגנעזיאם צו ארבעטן ווי עס דארף צו זיין.
- מולטיוויטאמין: א וויטאמין סופלעמענט וועלכע קען יא אדער נישט ענטהאלטן אייראן.
- וויטאמין K: א וויטאמין וועלכע אייער קערפער דארף כדי אייער בלוט זאל קענען קלאט’ן.
GVHD פארמיידונג
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו פארמיידן אדער באהאנדלען גרעפט-קעגן-האוסט קראנקהייט (GVHD). ביישפילן רעכענען אריין:
- מייקאפענאלעיט מאפעטיל (CellCept®)
- סייקלאספארין (Neoral®)
- טאקראלימאס (Prograf®)
- סיראלימאס (Rapamune®)
- מעטאטרעקסעיט (ביי א נידריגע דאזע)
אנטיוויראלס
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו פארמיידן אדער באהאנדלען וויראל אינפעקציעס (ווי טשיקען פאקס און שינגעלס). אנדערע וויראל אינפעקציעס אפט געזען דורכאויס א טראנספלאנט רעכענען אריין סיטאמעגאלאווירוס (cytomegalovirus, CMV), יומען הירפיס ווירוס (HHV6), אדענאווירוס, און BK ווירוס. ביישפילן רעכענען אריין:
- אסיקלאוויר (Zovirax®)
- פאסקארנעט (Foscavir®)
- גאנסיקלאוויר (Cytovene®)
- סידאפייוויר (Vistide®)
- לעטערמאוויר (Prevymis®)
- וואלגאנסיקלאוויר (Valcyte®)
אנטיפאנגעלס
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו פארמיידן אדער באהאנדלען פאנגעל אינפעקציעס. ביישפילן רעכענען אריין:
- פליוקאנאזאויל (Diflucan®)
- אמפאטעריסין (AmBisome®)
- וואריקאנאזיול (Vfend®)
- מיקאפאנגין (Mycamine®)
- פאסאקאנאזיול (Noxafil®)
- איסאוואקאנאזוינים (Cresemba®)
אנטיאיבלונג
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו פארמיידן אדער באהאנדלען איבלונג (געפילן פון ברעכן) און ברעכן. ביישפילן רעכענען אריין:
- אנדאנסעטראן (Zofran®)
- היידראקסיזין (Vistaril®)
- מעטאקלאפראמייד (Reglan®)
- גרעניסעטראן (Kytril®)
- לארעזעפעם (Ativan®)
- דראנאבינאל (Marinol®)
- פאסאפרעפיטענט (Emend®)
- דיפענהיידראמין (Benadryl®)
אנטאסידס
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו פארמינערן בויך עסיד ארויסלאזונגען. ביישפילן רעכענען אריין:
- פאנטאפראזאול (Protonix®)
- לאנסאפרעזאול (Prevacid®)
- רעניטידיין (Zantac®)
- אומפרעזאול (Prilosec®)
- עסאמעפראזאול מאגניזיאם (Nexium®)
מעדיצינען פאר ווייטאג
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו באהאנדלען ווייטאג און אומבאקוועמליכקייט. איר קענט עס נעמען דורך די מויל, דורך אינטערווינוס (דורך אן אדער) אדער טראנסדערמעלי (נוצנדיג סקין פעטשעס). איר וועט מעגליך באקומען ווייטאג מעדיצין דורך א ספעציעלע פאמפ מיטן נאמען (פאציענט קאנטראלירטע אנאלגעסיא (PCA).” א PCA לאזט אייך זיך געבן א פארזיכערטע און קאנטראלירטע דאזע פון מעדעצין. ביישפילן פון מעדיצינען פאר ווייטאג נעמען אריין:
- אפיאוידס, אזויווי מארפין (DepoDur®, Duramorph, MS Contin®), הידראמארפאן (Dilaudid®) אדער פענטאניל (Duragesic®, Subsys®)
- נאנסטעראוידעל אנטי-אינפלעמעטראי מעדיצינען, אזויווי אסעטאמינאפען (Tylenol ®)
הארמאנען (פאר נקיבות)
די מעדיצינען ווערן גענוצט צו פארמיידן וועדזשינעל בלוטיגונג ווען אייער פלעיטלעט צאל איז זייער נידריג. ביישפילן רעכענען אריין:
- נארדזשעסטרעל (Ovral®)
- נארדזשעסטרעל און עטיניל עסטראדיאל (Lo-Ovral®)
- מעדראקסיפראדזשעסטראן אסיטעיט (Provera®)
- ליופראלייד (Lupron®)
- מעדראקיפראדזשעסטראן אסיטעיט (Depo-Provera®)